יידיש נייעס פארום — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » פאליטישע נייעס » ב' תרומה כ''ט שבט תשס''ט

ב' תרומה כ''ט שבט תשס''ט

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #39

מנהל » Sun Feb 22, 2009 9:36 pm

· #162
ב' תרומה כ''ט שבט תשס''ט
נייעס

מנהל משנה » Mon Feb 23, 2009 12:39 am

· #165
בודזשעט וואך
פרעזידענט אבאמא וועט זיך פארלייגן אויף גאווערנמענט פינאנסען די וואך אין וואשינגטאן.
מאנטאג: די פרעזידענט וועט האלטן א "פיסקאל פאראנווארטליך זיצונג" (fiscal responsibility summit) אינם ווייסן הויז.
דינסטאג: די פרעזידענט וועט אדרעסירן די נאציאנאלע פיסקאל צושטאנד פאר א פאראייניגטע סעסיע אין קאנגרעס.
דאנערשטאג: די פרעזידענט וועט אויפדעקן זיין בודזשעט איבערבליק.

מנהל משנה » Mon Feb 23, 2009 12:42 am

· #166
ערשטע אבאמא דינער
די אבאמא קאפל האט געהאלטן זייער ערשטע פארמאלע דינער, פאר גאווערנאר'ס פון איבעראויס אמעריקא. אנמערקענדיגע גאווערנערס וועלכע האבן געפעלט: שרה פעלין, ביל ריצ'רדסון.

מנהל משנה » Mon Feb 23, 2009 12:44 am

· #167
אבאמא צו אויפנעמן איבערבליק צאר
פרעזידענט אבאמא וועט אויפנעמן געוועזענער סיקרעט סערוויס אגענט ערל דיוואני צו איבערקוקן די 787 ביליאן דולערדיגע בעילאיט פעקעדזש.

מנהל משנה » Mon Feb 23, 2009 12:53 am

· #168
רעפובליקאנער גאווערנערס דיפערנצן איבער בעילאיט
שווארצענעגער (קאליפארניא): "איך מיין עס איז זייער גוט, און וועט אונז העלפן".
קריסט (פלארידא): "עס איז א זאך צו העלפן די פאלק".
פון אנדערע זייט;
סענפארד (סאיט קעראליינע): "אונז גראבען זיך אריין אין נאך א לאך".
דז'שינדעל (לאיזיענע):"אונז זאלן נישט מורא האבן צו שטיין אויף אונזערע מיינונגען".
ניו יורק טיימס: די דעבאטע וועט האבן אסאך צו זאגן וויאזוי די רעפובליקאנער פארטיי נעמט זיך צוזאם נאכאמאל.

מנהל משנה » Mon Feb 23, 2009 12:57 am

· #169
סעביליאס לייקענט געשפרעכן איבער העלט און הומען סערוויס סעקרעטאר
קענסעס גאווערנער קעטעלין סעביליוס זאגט אז זי האט נישט געהאט קיין שום געשפרעכן מיט די אבאמא אדמיניסטראציא איבער נעמן די פאזיציע פון העלט און הומען סערוויס סעקרעטאר. "איך האב נישט וואס צו זאגן מער, עס איז נישט געווען קיין שום געשפרעכן איבער דעם". סעביליוס' נאמען האט צירקולירט נאכדעם וואס טאם דעשל און ביל ריצ'ערדסאן זענען ארויסגעפאלן פון די אמט צוליב קארופטירטע טעקס פראבלעבן.